Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




א טימאטעוס בריוו 4:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 פארווערנדיק חתונה צו האבן, און (באפעלנדיק) מען זאל זיך צוריקהאלטן פון (געוויסע) מאכלים, וועלכע ה׳ האט באשאפן צום געניסן מיט דאנק פאר די מאמינים און וואס האבן דערקענט דעם אמת.

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




א טימאטעוס בריוו 4:3
30 Iomraidhean Croise  

און ער האט באפוילן די המונים מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויפן גראז; און האט גענומען די פינף לעבלעך ברויט, און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל און געמאכט א ברכה, און האט צעבראכן און געגעבן די תלמידים די ברויטן, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן.


נישט דאס, וואס גייט אריין אין מויל, מאכט דעם מענטשן טמא; נאר דאס, וואס קומט ארויס פון מויל, דאס דאזיקע מאכט טמא דעם מענטשן.


און גענומען די זיבן לעבלעך ברויט און די פיש; האט געמאכט א ברכה און זיי צובראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן.


און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי.


עס זענען אבער אנגעקומען שיפלעך פון טבריה נאענט צום ארט, וואו זיי האבן געגעסן דאס ברויט, נאך דעם ווי דער האר האט געמאכט א ברכה.


און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער גענומען ברויט, און געדאנקט ה׳ פאר אלעמען; און האט עס צעבראכן, און אנגעהויבן עסן.


ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש.


דער, וואס עסט, זאל נישט מבזה זיין דעם, וואס עסט נישט; און דער, וואס עסט נישט, זאל נישט משפטן דעם, וואס עסט יא; ווארום ה׳ האט אים מקבל געווען.


דער, וואס האלט (א געוויסן) טאג, האלט ער אים פאר דעם האר; און דער, וואס עסט, עסט פאר דעם האר, ווארום ער דאנקט דאך ה׳ דערפאר; און דער, וואס עסט נישט, עסט נישט פאר דעם האר; און דאנקט אויך ה׳ דערפאר.


מאכלים פארן בויך, און דער בויך פאר די מאכלים (ציטירן ניטציטירן); ה׳ וועט אבער דאס און יענע פארניכטן. דער גוף איז נישט פאר זנות, נאר פאר דעם האר; און דער האר פאר דעם גוף;


און ווען דו זאלסט אפילו חתונה האבן, האסטו (אויך) נישט געזינדיקט; און ווען די בתולה האט חתונה, האט זי (אויך) נישט געזינדיקט. אזעלכע וועלן אבער האבן צרות אינם לייב; און איך וויל עס אייך איינשפארן.


שפייז אבער ברענגט אונדז נישט נענטער צו ה׳; נישט מיר פארלירן, ווען מיר עסן נישט, נישט מיר געווינען, ווען מיר עסן יא.


דעריבער זאל אייך קיינער נישט משפטן וועגן מאכל און משקה, אדער וואס שייך א יום טוב, אדער ראשי חדשים, אדער שבתים;


און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.


וועלכער וויל, אז אלע מענטשן זאלן געראטעוועט ווערן, און קומען צו דער דערקענטעניש פונם אמת.


ווייל איטלעכעס באשעפעניש פון ה׳ איז גוט (הערה: פסוק זאגט ”גוט“; נישט ”עסנווארג“), און גארנישט איז אפצוווארפן, אויב מען נעמט עס נאר אָן מיט א ברכה,


איך וויל דעריבער, אז די יונגע זאלן חתונה האבן, געבוירן קינדער, פירן א הויז, און נישט געבן דעם קעגנער קיין שום געלעגנהייט צו לעסטערן;


די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.


לאזט זיך נישט פארפירן פון פארשיידענע און פרעמדע תורות; עס איז גוט, אז דאס הארץ זאל באפעסטיקט ווערן מיט חסד, נישט מיט מאכלים; פון וועלכע די, וואס זענען זיך מיט זיי פארנומען, האבן קיין פעולה נישט געהאט.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan