Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




א טימאטעוס בריוו 2:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 דעריבער וויל איך, אז די מענער זאלן תפילה טאן אויף יעדן ארט, אויפהויבנדיק הייליקע הענט אָן צארן און מחלוקת.

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




א טימאטעוס בריוו 2:8
48 Iomraidhean Croise  

יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: ווען איר זאלט האבן אמונה, און נישט צווייפלען, וועט איר טאן נישט נאר דאס מיט דעם פייגנבוים, נאר אפילו אויב איר וועט זאגן צו דעם דאזיקן בארג: הייב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין, וועט עס געשען.


איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך;


און פארגיב אונדז אונדזערע חובות, ווי אויך מיר האבן פארגעבן די, וואס זענען אונדז שולדיק.


יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.)


און ער האט זיי ארויסגעפירט ביז נאענט קיין בית‑היני, און האט אויפגעהויבן זיינע הענט, און זיי געבענטשט.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: גלויב מיר, אשה, אז עס קומט א שעה, ווען נישט אויף דעם דאזיקן בארג, נישט אין ירושלים וועט איר זיך בוקן צום פאטער.


א פרומער (מענטש) און א ירא שמים מיט זיין גאנץ בני בית, טוענדיק פיל צדקה צום פאלק און תמיד מתפלל זייענדיק צו ה׳.


און האט געזאגט; קארנעליוס, דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און דיינע צדקות זענען דערמאנט געווארן פאר ה׳.


און ער האט א בליק געטאן אויף אים און זיך געפארכטן, און געזאגט: וואס איז עס, האר? און ער האט צו אים געזאגט: דיינע תפילות און דיינע צדקות זענען ארויפגעקומען לזכרון פאר ה׳.


און ווען מיר האבן געהאט געענדיקט די טעג, זענען מיר ארויסגעגאנגען און אוועקגעפארן; און אלע האבן אונדז באגלייט מיט די פרויען און קינדער ביז אויסער דער שטאט; און מיר האבן געקניט אויפן ים ברעג און תפילה געטאן;


און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן.


צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע איז אין קארינט, צו די געהייליקטע אינם משיח יהושע/ישוע, צו די בארופענע קדושים, צוזאמען מיט אלע, וואס רופן אָן דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אויף יעדן ארט, זייער (האר) און אונדזערער;


איך וואלט געוואלט, אז אלע מענטשן זאלן זיין ווי איך בין אליין. נאר יעדער איינער האט זיין אייגענע מתנה פון ה׳, דער אזוי, און דער אזוי.


א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש.


און איך וויל אייך מודיע זיין, ברידער, אז דאס, וואס איז מיר געשען, איז גאר נאך מער אויסגעפאלן צום פארטשריט פון דער בשורה טובה,


ווארום פון אייך איז דאס ווארט פון דעם האר ארויסגעגאנגען נישט בלויז קיין מאצעדאניען און אכאיא, נאר אויף יעדן ארט האט זיך אייער אמונה צו ה׳ פארברייטערט, אזוי, אז מיר דארפן גארנישט רעדן דערפון.


איך וויל דעריבער, אז די יונגע זאלן חתונה האבן, געבוירן קינדער, פירן א הויז, און נישט געבן דעם קעגנער קיין שום געלעגנהייט צו לעסטערן;


עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט זיכערקייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן;


לאמיר קומען מיט אן אויפריכטיק הארץ אין דער פולקייט פון אמונה מיט אונדזערע הערצער גערייניקט פון א בייז געוויסן און מיט גופים געוואשענע אין ריין וואסער;


דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.


אויך אזוי, איר מענער, וואוינט מיט זיי מיט פארשטאנד, און גיט אפ כבוד צו דער פרוי ווי צו דער שוואכערער כלי אזויווי זיי זענען אויך מיטיורשים אין דעם חסד פון לעבן, כדי אייערע תפילות זאלן נישט געשטערט ווערן.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan