13 מיך, וואס איך בין פריער געווען א לעסטערער און א פארפאלגער און אן אפשפעטער; דאך האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר, ווייל איך האב עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט אין אומגלויבן;
יענער קנעכט אבער, וואס האט געוואוסט זיין הארס רצון און האט נישט צוגעגרייט, אדער געטאן לויט זיין ווילן, וועט ליידן א סך שלעק;
יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.)
און דעם דאזיקן (דרך ה׳) דרך האב איך גערודפט ביז צום טויט, בינדנדיק און איבערגעבנדיק אין תפיסה אריין מענער און פרויען.
און איצט, ברידער, איך ווייס, אז איר האט עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט, ווי אויך אייערע שרים.
שאול אבער האט חרוב געמאכט די קהלה, איז אריינגעגאנגען אין יעדן הויז, און געשלעפט מענער און פרויען און זיי איבערגעגעבן אין תפיסה אריין.
שאול אבער האט נאך אלץ געאטעמט מיט דראונג און רציחה קעגן די תלמידים פון דעם האר, און איז געגאנגען צום כהן גדול,
האט חנניה געענטפערט: האר, איך האב געהערט פון פילע וועגן דעם דאזיקן מאן, וויפל שלעכטס ער האט געטאן צו דיינע קדושים אין ירושלים;
האט ער געזאגט: ווער ביסטו, האר? און ער (האט געזאגט): איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט.
ווארום איך בין דער סאמע קלענסטער פון די שליחים, און בין נישט ווערט גערופן צו ווערן שליח, ווייל איך האב פארפאלגט די קהלה פון ה׳.
און וואס שייך בתולות, האב איך נישט קיין געבאט פון דעם האר; איך גיב נאר מיין מיינונג, ווי אזעלכער, וואס האט דערלאנגט רחמים דורך דעם האר, צו זיין געטריי.
ווארום איר האט דאך געהערט פון מיין התנהגות אמאל אין דעם יידישן דת, אז איבער דער מאס האב איך פארפאלגט די קהלה פון ה׳ און זי וויסט געמאכט;
לויט דער קנאות—א רודף פון דער קהלה; וואס שייך דער צדקות, וועלכע קומט פון דער תורה, אָן א מום.
נאר דערפאר האט ער אויף מיר רחמנות געהאט, כדי אין מיר קודם כל זאל יהושע/ישוע המשיח ארויסווייזן זיין גאנצע סבלנות, פאר א ביישפיל פאר יענע, וועלכע וועלן ערשט גלויבן אין אים צום אייביקן לעבן.
לאמיר זשע קומען מיט בטחון צום טראן פון חסד, כדי מיר זאלן דערלאנגען רחמים און געפינען חסד אלס א הילף אין דער ריכטיקער צייט.
(אייך), וואס איר זענט אמאל נישט געווען קיין פאלק, איצט אבער זענט איר ה׳ס פאלק; וואס אמאל האט איר נישט באקומען קיין רחמים, איצט אבער האט איר יא באקומען רחמים. (הושע ב, כה.)