12 איך דאנק אים, וועלכער האט מיך שטארק געמאכט, משיח יהושע/ישוע אונדזער האר, ווייל ער האט מיך געהאלטן פאר באגלויבט, באשטימענדיק מיך צו (זיין) דינסט;
און האט צו יענע געזאגט: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין, און וואס איז רעכט, וועל איך אייך געבן!
כדי אלע זאלן אפגעבן כבוד דעם זון, ווי זיי גיבן אפ כבוד דעם פאטער. ווער עס גיט נישט אפ כבוד דעם זון, דער גיט נישט אפ כבוד דעם פאטער, וואס האט אים געשיקט.
און ווען זי איז געטובלט געווארן אין דער מקווה, און איר הויזגעזינד, האט זי (אונדז) געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב איר האלט מיך פאר א גלויביקע אינם האר, קומט און שטייט איין אין מיין הויז. און האט אונדז שטארק געבעטן.
דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;
שאול אבער האט זיך נאך מער געשטארקט, און האט צעמישט די יידן, וועלכע האבן געוואוינט אין דמשק, אויפווייזנדיק, אז דער דאזיקער איז דער משיח.
נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר.
וואס איז דען אפאלאס? און וואס פוילוס? נאר משרתים, דורך וועלכע איר האט געגלויבט; און יעדער איינער, ווי דער האר האט אים געגעבן.
און וואס שייך בתולות, האב איך נישט קיין געבאט פון דעם האר; איך גיב נאר מיין מיינונג, ווי אזעלכער, וואס האט דערלאנגט רחמים דורך דעם האר, צו זיין געטריי.
דערפאר, האבנדיק אָט די דאזיקע עבודה, אזויווי מיר האבן מקבל געווען רחמים, פאלן מיר נישט אראפ פארצווייפלט;
ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן.
עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.
און יעדע צונג זאל מודה זיין, אז יהושע/ישוע המשיח איז האר, צום כבוד פון ג‑ט דעם פאטער.
איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.
וועמעס משרת איך בין געווארן לויט ה׳ס פלאן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן פאר אייך, צו דערפילן ה׳ס ווארט,
פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע לויט דעם געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער, און דעם משיח יהושע/ישוע אונדזער האפענונג,
לויט דער בשורה טובה פון הערלעכקייט פון דעם געבענטשטן ג‑ט, וועלכע איז מיר אנפארטרויט געווארן.
צו טימאטעוסן, מיין ווארהאפטיקן זון אין דער אמונה: חסד, רחמים, און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.
איך באפעל דיר פאר ה׳, וועלכער מאכט אלץ לעבעדיק, און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט עדות געזאגט פאר פאנטיוס פילאטוסן די גוטע באקענונג,
און וואס דו האסט געהערט פון מיר פאר א סך עדות, דאס גיב איבער צו באגלויבטע מענטשן, וועלכע וועלן זיין פעאיק צו לערנען אויך אנדערע.
דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.
צו טיטוסן, מיין ווארהאפטיקן זון לויט אונדזער געמיינזאמער אמונה: חסד און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און משיח יהושע/ישוע אונדזער רעטער.
(דאך) צוליב דער ליבע, וועל איך ליבער בעטן, אזעלכער בין איך, פוילוס דער זקן, און איצט אויך א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע;