Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




א פעטרוס בריוו 1:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 לויט דעם פארויסוויסן (רוימער ח, כט.) פון ג‑ט דעם פאטער, אין הייליקונג פון דעם גייסט, צו געהארכזאמקייט און באשפריצונג מיט דעם בלוט פון יהושע/ישוע המשיחן: חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן.

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




א פעטרוס בריוו 1:2
53 Iomraidhean Croise  

און וועט אויך מער נישט זיין. און אויב יענע טעג וואלטן נישט פארקירצט געווארן, וואלט קיין שום בשר (ודם) נישט ניצול געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע וועלן יענע טעג יא פארקירצט ווערן.


מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע.


און ער וועט שיקן זיינע מלאכים מיט א גרויסן שופר, און זיי וועלן איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון איין עק הימל ביז צום אנדערן עק הימל.


און אויב דער האר וואלט נישט פארקירצט די טעג, וואלט קיין בשר (ודם) נישט געראטעוועט געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע, וועמען ער האט אויסדערוויילט, האט ער פארקירצט די טעג. (דניאל יב, א.)


ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.


און דעמאלט וועט ער שיקן די מלאכים, און איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון עק ערד ביז עק הימל.


און צי וועט דען ה׳ נישט שאפן גערעכטיקייט פאר זיינע אויסדערוויילטע, וואס רופן צו אים טאג און נאכט, אפילו ווען ער איז געדולדיק מיט זיי?


וואס זענען באקאנט פון אייביק אָן. (עמוס ט, יא-יב.)


דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט;


און איצט לאז איך אייך איבער אויף ה׳ס באראט און צום ווארט פון זיין חסד, וועלכער האט די מאכט אייך צו דערבויען און אייך צו געבן די ירושה צווישן אלע געהייליקטע.


דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען,


צו אלע, וואס זענען אין רוים, געליבטע פון ה׳, בארופן (צו זיין) הייליקע: חסד צו אייך און שלום פון ה׳ אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.


ה׳ האט נישט פארווארפן זיין פאלק, וועלכעס ער האט געקענט פון פריער. אדער צי ווייסט איר נישט, וואס דער פסוק זאגט וועגן אליהו, ווען ער ווענדט זיך צו ה׳ קעגן ישראל, זאגנדיק:


וואס שייך דער בשורה טובה, זענען זיי שונאים צוליב אייך, אבער וואס שייך דער בחירה זענען זיי געליבטע צוליב די אבות.


צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.


ווארום אייער געהארכזאמקייט איז אלעמען באקאנט. דעריבער פריי איך מיך איבער אייך; נאר איך וויל, אז איר זאלט זיין חכמים וואס שייך דעם גוטן און תמימים וואס שייך דעם שלעכטן.


איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה;


ווארום אויב איר לעבט לויטן פלייש, מוזט איר שטארבן; אויב אבער איר וועט דורכן גייסט אפטייטן די מעשים פונם גוף, וועט איר לעבן.


ווער וועט פארקלאגן ה׳ס אויסדערוויילטע? ה׳ איז דער גערעכטפערטיקער;


פון אים אבער זענט איר אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכער איז פאר אונדז געווארן חכמה פון ה׳, און צדקות און קדושה, און גאולה;


און אזעלכע זענען אייניקע פון אייך געווען; נאר איר זענט געוואשן געווארן, נאר איר זענט געהייליקט געווארן, נאר איר זענט גערעכטפערטיקט געווארן אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און אין דעם גייסט פון אונדזער ג‑ט.


מיר ווארפן אום תחבולות, און יעדע הויכקייט, וואס דערהייבט זיך קעגן דער דערקענטעניש פון ה׳, און נעמען געפאנגען יעדע מחשבה צו דער געהארכזאמקייט פונם משיח,


זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג‑ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.


קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות;


מיר אבער זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, געליבטע פון ה׳, ווייל פון אנהויב אָן האט ה׳ אייך אויסדערוויילט צו ישועה אין דער קדושה פונם גייסט און אין דער אמונה פון אמת;


דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע מיט אייביקן כבוד.


פוילוס, א קנעכט פון ה׳ און א שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אמונה פון די אויסדערוויילטע פון ה׳, און דער דערקענטעניש פונם אמת, וואס איז לויט יראת שמים,


לאמיר קומען מיט אן אויפריכטיק הארץ אין דער פולקייט פון אמונה מיט אונדזערע הערצער גערייניקט פון א בייז געוויסן און מיט גופים געוואשענע אין ריין וואסער;


דורך אמונה האט ער געמאכט דעם פסח און דאס שפריצן דאס בלוט, כדי דער משחית פון די בכורים זאל זיי נישט אנרירן.


און צו יהושען/ישוען דעם פארמיטלער פונם נייעם בונד (ברית חדשה), און צום בלוט פון באשפריצן, וואס רעדט בעסערס ווי הבלס (בלוט).


און ווערנדיק שלמותדיק, איז ער געווארן די סיבה פון אן אייביקער ישועה צו די אלע, וואס געהארכן אים;


ווי געהארכזאמע קינדער זאלט איר נישט געשטאלטן אייער לעבן לויט די תאוות, אין וועלכע איר זענט געווען אמאל אין אייער אומוויסן;


נאר מיט דעם טייערן בלוט פון דעם משיח, ווי פון א לעמעלע אָן א מום און אָן א פלעק; (שמות יב, ה.)


וואס איז פארויסבאשטימט געווארן פאר דער גרינדונג פון דער וועלט, אבער אנטפלעקט געווארן ביים סוף פון די צייטן פאר אייערטוועגן,


און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;


איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)


חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן אין דער דערקענטעניש פון ה׳ און פון אונדזער האר יהושע/ישוע;


דער זקן צו דער אויסדערוויילטער הארינטע און צו אירע קינדער, וועלכע איך האב באמת ליב; און נישט בלויז איך אליין, נאר אויך אלע, וואס האבן דערקענט דעם אמת;


עס געבן דיר אפ שלום די קינדער פון דיין שוועסטער, דער אויסדערוויילטער.


רחמים צו אייך און שלום און ליבע זאל זיך פיל פארמערן.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan