עס זענען אבער אויפגעשטאנען אייניקע פון דעם בית הכנסת, וואס האט געהייסן די שול פון די ליבערטינער, און פון קירניה און אלעקסאנדרענער און פון די (לייט) פון קיליקיען און אזיען; און האבן געהאלטן א וויכוח מיט סטעפאנוסן,
ווארום מיר ווילן נישט, אז איר זאלט נישט וויסן, ברידער, וועגן דער צרה, וואס איז אונדז געשען אין (קליין) אזיען, אז זייער פיל איבער די כוחות זענען מיר געדריקט געווארן, אזוי, אז מיר האבן זיך אפילו מיאש געווען אפילו פונם לעבן;
אז צו יענער צייט זענט איר געווען אָן א משיח, אויסגעשלאסענע פון דעם בירגער רעכט פון ישראל און פרעמדע וואס שייך די בריתות פון דער הבטחה, אָן א האפענונג און אָן ג‑ט אין דער וועלט.
שמעון פעטרוס, א קנעכט און שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, צו די, וועלכע האבן מקבל געווען די זעלביקע טייערע אמונה, ווי מיר, אין דער צדקות פון אונדזער ג‑ט און פון דעם גואל יהושע/ישוע המשיח: