Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -

א קארינטער בריוו 13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה


קאפיטל דרייצן

1 אויב איך רעד שוין מיט די לשונות פון מענטשן און מלאכים, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך א שאלנדיק קופער אדער א קלינגענדיקער צימבל.

2 און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.

3 און ווען איך טייל אויס מיין גאנץ פארמעגן צו שפייזן די הונגעריקע, און ווען איך גיב איבער מיין גוף צום פארברענען, האב אבער נישט קיין ליבע, העלפט עס מיר גארנישט.

4 די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן;

5 פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז.

6 פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת;

7 זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער.

8 די ליבע גייט קיינמאל נישט אונטער; נאר אויב עס זענען פאראן נבואות, וועלן זיי בטל ווערן; אויב לשונות, וועלן זיי אויפהערן; אויב דערקענטעניש, וועט זי אפגעשאפט ווערן.

9 ווארום מיר דערקענען טיילווייז, און אונדזער נבואות זאגן איז טיילווייז;

10 ווען אבער דאס שלמותדיקע וועט קומען, וועט דאס טיילווייזע בטל ווערן.

11 ווען איך בין געווען א קינד, האב איך גערעדט ווי א קינד, האב פארשטאנען ווי א קינד, האב געטראכט ווי א קינד; ווען אבער איך בין געווארן א מאן, האב איך אוועקגעלייגט די קינדישע זאכן.

12 ווארום איצט זען מיר אין א שפיגל, און אין רעטענישן; דעמאלט אבער פנים אל פנים; איצט דערקען איך טיילווייז, דעמאלט אבער וועל איך דערקענען, פונקט אזוי ווי איך בין אויך דערקענט.

13 און איצט בלייבט אמונה, האפענונג, ליבע, די דאזיקע דריי; אבער דאס גרעסטע פון די דאזיקע איז די ליבע.

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

© Artists for Israel International, 2022.

Artists for Israel International
Lean sinn:



Sanasan